ירושלים
- 919,438 איינוואוינער
- 78 מייל גרויס
- 2473 פיס הויך
ירושלים - חרדישע געגענטער
ירושלים עיר הקודש,
דארף נישט קיין הקדמות פאר היימישע יודן.
דאס איז די ערשטע שטאט וואס מען קוקט אויף,
און דאס איז ביי אונז א “סוג א'” געגענט.
(דאס הייסט א שטאט מיט מערערע חרדישע געגענטער)
די הויפט מעלות דארטן זענען:
- פארהאן אלע סערוויסעס וואס א חסידישע עולה קען דארפן.
- די מערסטע אויסוואלן פון בתי חינוך לבנים ולבנות.
- די מערסטע געלעגנהייטן פאר לאקאלע ארבעט-עבודה פאר א חסידישער משפחה.
- די מערסטע מעגליכקייט צו שאפן באקאנטע משפחות און גוטע פריינט וואס קומען פון א ענליכער הינטערגרונט ווי דיר און דיין משפחה.
- עס איז אין צענטער פון לאנד מיט פובליק טראנספארטאציע צו סיי ווי.
די הויפט חסרונות דארטן זענען:
- וויבאלד דאס איז די מערסטע געזוכטע פלאץ צו וואוינען איז אויך פון די טייערסטע,
קען זיין צו רוישיג פאר די וואס גלייכן נישט סיטי-לייף.
די הויפט געגנט וואו עס איז פארהאן א קאנצענטראציע פון חרדים: איז אין די עלטערע געגענטער אין שטאט
(גאולה, זיכרון משה, בתי הורנשטיין, בית ישראל, מאה שערים, אוהל משה, בתי אונגרין, בתי ברוידא, בתי מונקאטש, בתי רַאנְד, בתי ורשא, בתי מינסק, כנסת ישראל ועוד),
דארטן זענען די חרדים א באשטימטע רוב.
אסאך געגענטער וואס אמאל האבן געוואוינט חילונים, אדער דתי-לאומי יודן ווערן מער און מער חרדיש.
צום ביישפיל רמות א’, רמות ב’, רמת אשכול, נווה יעקב, מעלות דפנה, רמות, גילה, קריית יובל, עיר גנים, קריית מנחם.
וואו מער חרדיש א געגענט ווערט אלץ העכער ווערן די פרייזן פון הייזער, פשוט וויבאלד חרדים האבן אסאך קינדער און דערפאר איז דא גרעסערע פארלאנג פאר מער הייזער, וואס טרייבט נאטורליך ארויף די פרייזן.
נייערע חרדי’שע געגענטער אין ירושלים: בית וגן (80% חרדים), גבעת מרדכי (50% חרדים), גבעת שאול (80%), הר נוף (90%), מורשה-מוסררה (70%), מעלות דפנה (85%), רוממה (98%), רמות (50%), רמות פולין (98%) רמת אשכול (75%), רמת שלמה (95%), רמת שרת (50%), שמואל הנביא (93%) וכן סנהדריה, עזרת תורה, קריית צאנז, קריית בעלז וקריית מטרסדורף.
חרדי’שע געגענטער אין ירושלים וואס איז פארהאן אין זיי העכער ווי 10% חרדים: מקור חיים (10%), קטמונים (20%), הר חומה (13%), טלביה (15%), ימין משה (14%), המושבה היוונית (13%), עיר גנים וקריית מנחם (15%), פסגת זאב (10%), קריית יובל (15%), רחביה (25%), תלפיות-ארנונה (10%).
חרדי’שע געגענטער אין ירושלים וואס איז פארהאן אין זיי ווייניגער ווי 10% חרדים: בית-הכרם (4%), הגבעה הצרפתית (5%), גבעת משואה (2%), המושבה הגרמנית (7%), מלחה (5%), עין כרם (5%), פת (8%), תלפיות מזרח (7%).
רוממה איז א געגענט וואס האט א שטארקע אנזעהעניש פון חסידישע משפחות (יודיש און ענגליש רעדענדע) וואס האבן געמאכט עליה פון אמעריקע.