געגענטער און קהילותגעגענטער און קהלות איבערן לאנד

רשימת כל ריכוזי החרדים בארץ שראל

וואו וואוינען חרדים/חסידים אין ארץ ישראל?

אויסער אפאר איינצעלנע יישובים וואס באשטייט כמעט בלויז פון חרדים, איז געווענליך די חרדי’שע ציבור אויסגעשפרייט אדער אין א גרופע גאסן צו אין געוויסע געגענטער אין גרעסערע שטעט און ווי אויך אין אפאר קלענערע יישובים, אין די פאלגענדע ליסטע ווערט אויסגערעכנט די געגענטער וואו עס איז פארהאן א ציבור פון חרדים.
כדאי און אכט נעמען אז לעת עתה איז על פי רוב פארהאן גאנץ ווייניג געגענטער וואו עס וואוינען א קאנצעטרירטע צאל פון חסידים וואס קומען פון אמעריקע, און רעדן א געמיש פון יודיש, ענגליש און עברית, א גרויסע חלק פון די חרדישע געגענטער זענען פלעצער וואו עס קענען וואוינען קאנצעטרירט אונזערע ליטווישע, ישיבהשע אדער ספרדישע ברודער אדער א געמיש אלעם, דערפאר איז ווערט זיך גוט נאכצופרעגן ווייל עס קען זיין א קולטור וואס קען זיין פרעמד פאר דיר און דיין משפחה צום אנפאנג, כאטש עס איז א חרדישע געגענט, עס קען אפילו זיין אז רוב תושבים רעדן ניטאמאל קיין יודיש אדער ענגליש.
ווי אויך נעמט אין אכט אז א נעבן א גרופע חרדישע געגענטער אדער גאסן וועט אלץ זיין מערערע גאסן אדער געגענטער ארום און ארום ווי חרדים וואוינען אויך, נאר זיי זענען דארט ווייניגער קאנצעטרירט און קענען זיין דארט א מיעוט פון די אנדערע תושבים, דאס מיינט אפאר נישט אז דארט איז נישט כדאי צו קוקן, אדרבה עס קענען אפילו זיין גאר געשמאק, אפשר ברייטערע הייזער, אדער מער אויסגעשפרייט, צו ביליגער רענט וכדומה.
מיט די צייט ווען מער און מער חסידישע יודן פון ניו יורק, ניו דזערשי, מאנטריאל, לונדון וכדומה וועלן ארויפגיין זיך באזעצן אין הייליג לאנד, און זיך קאנצעטרירן און אפאר געגענטער וועט עס ווערן אסאך גרינגער, דערווייל דארפן די נחשונים טרעפן א געגענט צו יישוב וואס איז די גרינגסטע פון די שווערערע אפציעס, אדער גאר זיך צוזאמעננעמן און גרינדן א נייע געגענט אדער יישוב.
עס איז גאר שטארק רעקאמאנדירט ווען מעגליך צו גיין אויף א לענגערע באזוך און פארברענגן א וואך צוויי אין א געגענט וואס רעדט צו דיר פון דערווייטנס כדי צו קענען לערנען פון דער נאנט צו די געגענט איז טאקע וואס די האסט געמיינט אז עס איז, ווי אויך איז שטארק רעקאמאנדירט צו וואוינען פאר רענט אין די 1-2 יאר פון עלייה, און נישט צו קויפן פאר מען האט גוט ארויס דעם פלאץ, צו זעהן אויב ס’איז חן המקום על יושביה.

ווערט עס האט סיי וועלכע הערות (אדער זעהט א טעות) זאל ביטע אונז קאנטאקטן און מיר וועלן פאררעכטן אדער צולייגן.
אויפן בייגעלייגטן מאפע קען מען זעהן ווי די חרדישע געגענטער זענען קאנצעטרירט איבערן לאנד, ווי אויך וויאזוי דאס לאנד איז איינגעטיילט.
דא איז אויך א לינק צו אלע געגענטער אויף גוגל מאפעס:
https://bit.ly/2DjDvUq
(די מאפע ווערט כסדר אפדעיטעט און טוישט זיך אפט)
צו מאכן גרינגער צו זוכן א געגענט וועלן מיר איינטיילן דאס לאנד אין 4 חלקים, באזירט אויפן סטייל פונעם שטאט/געגענט:
סוג א’ – חרדישע געגענטער אין שטעט מיט מערערע חרדישע געגענטער , ווי לדוגמא: ירושלים, בית שמש

סוג ב’ – חרדישע געגענטער אין שטעט מיט א קליינע צאל חרדישע געגענטער , ווי לדוגמא: פתח תקוה, קרית גת, טבריה, עפולה

סוג ג’ – חרדישע שטאט, ווי לדוגמא: בני ברק, אלעד, מודיעין עילית

סוג ד’ – חרדישע יישובים, ווי לדוגמא: בית חלקיה, קוממיות, קרית יערים, רכסים